א שטיקעלע תוספות - מאטי אילאוויטש

אמנים שונים

האזן לכל הפלייליסט

Lyrics:

רבי, איך קען שוין נישט מער
שרייט דארט דער איד מיט א טרער
איך גיי אריבער אזויפיל שווערע טעג,
איך ווייס נישט פארוואס און פארווען
הלוואי פארשטיין איך קען
פונקטליך וויאזוי דער אייבערשטער פירט זיין וועג.

דעם אידל'ס געוויין הערט ער אויס
און נעמט א גמרא ארויס
ווייזט אים א תוספות, קאמפלאצירט ביז גאר,
איך פלאג מיך ארום מיטן פשט
איך פרעג שוין א לאנגע צייט
איך פארשטיי נישט דעם תוספות, אבער איין זאך איז מיר קלאר.

"מיין טייער ליבער איד, ניין ניין
איך קוק מיך ארום און טראכט צו מיר אליין,
קוים א שטיקעלע תוספות פארשטיי-איך
וויאזוי איז אפילו שייך
דעם גרויסן טיפן וועלט יא צו פארשטיין.

מיין טייער ליבער איד, ניין ניין
די תירוץ איז נישט געמאכט פאר פלייש און ביין.
קוים א שטיקעלע תוספות פארשטיי-איך
וויאזוי גאר מאנען גיי-איך
אן הסבר וואס איז מיר אוממעגליך צו קענען פארשטיין."


אידן מאכן פיל מיט
מיר בּאָדן אין טרערן און בלוט
א שטראם פון קשיות עס פליסט מיט ביטער געוויין,
נפשי לך צמאה
מיר קאַכן צו דיר למה
אזויפיל בעטן באשעפער, איך וויל דיר פארשטיין.

אומשולדיגע אין שפיטאל
מיטמאכענישן אן א צאל
פארצווייפעלט וואַרט אויף אן ענטפער, א סימן, א האנט.
אידעלע, הער מיך איין
פארשטיי אז דו קענסט נישט פארשטיין
און גלייב ס'האט א חשבון פיל העכער פון דיין פארשטאנד.

" מיין טייער ליבער איד, ניין ניין
נישט אלעס קען מען משיג זיין אליין,
קוים א שטיקעלע תוספות פארשטייסטו
און גאר פרעגן דעם אייבערשטן גייסטו
אז דער גרויסער טיפן וועלט ווילסטו פארשטיין.

מיין טייער ליבער איד, ניין ניין
די תירוץ איז נישט געמאכט פאר פלייש און ביין,
קוים א שטיקעלע תוספות פארשטייסטו
וואס טראכסטו, וואס מיינסטו
אז זיין גרויסן טיפן וועלט קענסטו יא פארשטיין.

"מיין טייער ליבער איד, ניין ניין
סוף כל סוף קומט דאך דער טאג צו גיין,
דעם שטיקעלע תוספות פארשטייט-מען
די זעלבע דעמאלטס גייט-מען
אלע תירוצים אויף אלע קשיות פארשטיין!"

הבא בתור